Hoppa till huvudmenyn Till startsidan Nyheter Till sök Kontakta oss Om webbplatsen

װעגן דער אינסטאַנץ פֿונעם טײלנעמען

דאָס דורכפֿירונג פֿון
דער פּאָליטיק װעגן פֿאַרקריפּלונג. דאָס טוען מיר דורך אַנטװיקלען און פֿאַרשפּרײטן דאָס
קענטעניש װעגן שװעריקײטן פֿאַרן טײלנעמען און צו שטיצן פֿאַראַנטװאָרטלעכע סטרוקטורן פֿון
דער געזעלשאַפֿט.

אונדזער אויפֿטראַג איז אונטערצושטיצן דעם גאַנצן טײלנעמען אינעם לעבן פֿון דער געזעלשאַפֿט
פֿאַר פּאַרשוינען מיט אָפּזעצונג פֿון זײערע פֿונקציאָנען און פֿאַר גלײַכקײט אין די באַדינונגען פֿונעם
לעבן.

די קאַנװענציע פֿון פֿ"פֿ װעגן די רעכט פֿון פּאַרשוינען מיט אָפזעצונג פֿון פֿונקציאָנען איז דער
פֿונדאַמענט פֿון אונדזער אַרבעט.

די אינסטאַנץ פֿאַר טײלנעמען האָט בערך 50 מיטאַרבעטער און באַשטײט פֿון צװײ אָפּטײלונגען
און אַ דירעקציע.

גענעראַלדירעקטאָר מאַלין עקמאַן אַלדען איז די באַלעבאָסטע פֿון דער אינסטאַנץ און זי
פֿאַראַנטװאָרטלעך װעגן דער טעטיקײט פֿאַר דער רעגירונג.

אונדזער טעטיקײט

כּדי דורכצופֿירן אונדזערע מיסיע באַגלײטן מיר און אַנאַליזירן די אַנטװיקלונג פֿון דער אַרבעט
אינעם געביט פֿון אָפּזעצונג פֿון פֿונקציאָנען. דאָס טוען מיר דורך אָנצוקוקן אויף די באַדינונגען
פֿונעם לעבן פֿאַר פּאַרשוינען מיט אַן אָפּזעצונג פֿון פֿונקציאָנען און די אָפֿיציעלע טוערס אַרבעט
מיט פֿאַראַנענקײט און טײלנעמען.

כּדי צו פֿאָרסירן די אַנטװיקלונג אינעם געביט פֿון פֿאַרקריפּלונג אַנטפּלעקן מיר און פֿאַרשפּרײטן
דאָס קענטעניש װי אַזוי מען קען אויסגלײַכן שטערונגען אין דער געזעלשאַפֿט. מיר שטיצן די
פֿאַראַנטװאָרטלעכע טוערס צו פֿאַרבעסערן די פֿאַראַנענקײט אין דער געזעלשאַפֿט און כּדי צו
פֿאַרבעסערן דאָס טײלנעמען פֿאַר פֿאַרקריפּלטע פּאַרשוינען.

מיר פֿירן אויך דורך באַזונדערע מיסיעס פֿון דער רעגירונג און ענטפֿערן אויף ענינים פֿונעם ביוראָ
פֿון דער רעגירונג און אַנדערע אינסטאַנצן.

די װיכטיקסטע גרופּע פֿון אונדזער ציל זענען די אינסטאַנצן פֿון דער מלוכה, רעגיאָנען און
קאָמונען, אָבער אויך פֿון דער געשעפֿטלעכער װעלט, װען ס'האַנדלט זיך װעגן די ראָלע װי אַן
אַרבעטסגעבער און פּראָדוצענטען פֿון פּראָדוקטן און דינסטן.

מיר שטרעבן נאָך אַנטװקלען דאָס קענטעניש און די שיצונג צוזאַמען מיט אונדזערע דעפֿינירטע
גרופּן. אײן קוקװינקל אין דער אַרבעט איז אַרײַנצוברענגען די דערפֿאַרונגען פֿון איינצעלנע
מענטשן און זײערע אופֿנים צו באַשעפֿטיקן זיך מיט שװעריקײטן אין דער געזעלשאַפֿט.

קאָנטאַקטיר אונדז

דו קענסט קאָנטאַקטירן די אינסטאַנץ פֿאַר טײלמעמען דורך בליצפּאָסט און טעלעפֿאָן.

װען דו שיקסט בליצפּאָסט צו דער אינסטאַנץ פֿאַר טײלנעמען װערט דײַן בליצפּאָסט אַן
אַלגעמײנעם דאָקומענט װאָס קען װערן אַרויסגעבן לויטן פּרינציפּ פֿון עפֿנטלעכקײט.

info@mfd.se :בליצפּאָסט

טעלעפֿאָן, דער טעלעפֿאָניסט: 08-6008400

דער אַדרעס פֿון באַזוך און פּאָסט

Myndigheten för delaktighet
די אינסטאַנץ פֿון טײלנעמען
Sturegatan 3: דער אַדרעס פֿון באַזוכן
Box 1210
172 24 Sundbyberg

דאָס געזעץ װעגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן.

דאָס געזעץ װעגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַכן זאָלן געהיטן און געשטיצט
װערן, כּדי די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן װעלן קענען באַשירעמען און אַנטװקלען זײער קולטור און
אַז די אינסטאַנצן פֿון דער פֿאַרװאַלטונג זענען שולדיק צו אינפֿאָרמירן װעגן די רעכט פֿון די
מינאָריטעטן און געבן זײ אַ השפּעה אויף די אײגענע ענינים.

קװאַדראַט פֿון פֿאַקטן: לערן זיך מער פֿונעם געזעץ

לינק־טעקסט: דײַן רעכט צו ניצן מינאָריטעט־שפּראַכן בײַ דער אינסטיטוציע פֿאַר שפּראַץ און פֿאָלק־אָנדענק

לינק־טעקסט: דאָס געזעץ װעגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און מינאָריטעט־שפּראַך בײַ דעם פּאַרלאַמענט